|
די השתלשלות פון “חברה הצלה” קרית טאהש
“חברה הצלה” קרית טאהש איז געגרינדעט געווארען מיט גרויס מסירות נפש און דמים תרתי משמע אין יאר תשל”ה לפ”ק, דורך דעם חשוב’ן מנהל און מייסד וועלכער שטייט נאך ביזן היינטיגן טאג מיט מס”נ אין איר שפיץ ה”ה הרב ר’ ישראל בנימין לאווען שליט”א ממנהלי מוסדותינו הק’.
די “חברה הצלה” איז באלד געווארן אהערגעשטעלט און איינגערישט מיט אלע נויטיגע צוגעהער און עקוויפמענט, און מיט די נויטיגע וואוסענשאפט און קורסעס פאר די געטרייע מעמבערס.
יזכר לטוב די חשובע עסקנים מאנ”ש וואס האבן פיל געלייסטעט מכוחם והונם צו די התייסדות פון די לעבענסוויכטיגע “חברה הצלה”, ה”ה ידידנו היקרים והחשובים כל אחד בשמו הטוב יבורך גבר: מוה”ר אהרן קרויס נ”י, מוה”ר יעקב הכהן קרויס נ”י, מוה”ר יהוסף יואל סג”ל קרויס נ”י, מוה”ר חיים פנחס צוויבעל נ”י, מוה”ר יעקב שמואל סג”ל קרויס נ”י, הרה”ג ר’ חיים ברוך יודא לייפער שליט”א, מוה”ר הערש לייב קרויס נ”י, מוה”ר חיים יעקב ברוידער ני”ו, און להבחל”ח מוה”ר אשר קרויס ז”ל וואס האט אסאך מחזק געווען די “חברה הצלה”.
“חברה הצלה” קרית טאהש באשטעטיגט לעגאל
עס האט גענומען עטליכע יאר, און פיל מיה און שתדלנות ביז בערך אין שנת תשמ”ב, איז “חברה הצלה” באשטעטיגט געווארן צו קענען פונקציאנירן אלץ א לעגאלע פריוואטע אמבולאנס קאמפאני, וואס דאס איז געווען א גרויסע דערגרייכונג פיל מער עררייכן, און באקומען בעסערע צוטריט צו מעדעצינישע באדינונג אין שפיטאל וכדומה, ווי אלץ א וואלאנטיר גרופע.
אגב, דאס איז געווען די לעצטע פריוואטע אמבולאנס לייסענס אין גאנץ קוויבעק, וואס די רעגירונג האט ארויסגעגעבן ביז’ן היינטיגן טאג. עס איז געווען מיט סייעתא דשמיא. אז די רעגירונג איסטאנצן האבן אנגענומעם די טענה אז אונזער ‘אמבולאנס סערוויס’ עקזיסטירט שוין פאקטיש, און דער פערמיט וועט דאס נאר באשטעטיגן אלץ לעגאל.
די אמבולאנסן פון “חברה הצלה”
מיט די גרינדונג פון “חברה הצלה” אין שנת תשל”ה, האט זיך באלד ארויסגעוויזן די וויכטיגקייט צו האבן אן אייגענעם אמבולאנס, מיט וואס די וואלאנטירן זאלן קענען אריינפירן אין שפיטאל, און האבן דערביי צו די האנט אלע מכשירים וואס עס איז נאר מעגליך צו קענען ראטעווען לעבענס.
אין יאר תשל”ו האט “חברה הצלה דקרית טאהש” געבראכן א וועלטס רעקארד, מיט’ן אליין אויפבויען די ערשטע קאר-אמבולאנס. די הצלה קאר-אמבולאנס איז גענוצט געווארען ביז אין יאר תשמ”ב.
די ערשטע קאר-אמבולאנס פון “חברה הצלה”
ווען די רעגירונג האט ארויסגענומען אלע קאר-אמבולאנסן פון דינסט, (בערך תשמ”ב), האט “הצלה” אויך געמוזט קויפען א ווען.
דער צווייטער ווען-אמבולאנס איז ווידער אליין געבויט געווארען דורך “חברה הצלה”, א געווענליכן ווען האט מען פארוואנדעלט אין א העכסט איינגערישטן אמבולאנס, אויסגעשטאט מיט אלע נויטיגע מכשירים, צו קענען ראטעווען אידישע נפשות.
די צווייטע ווען-אמבולאנס פון “חברה הצלה”
אין יאר תש”נ, נאך וואס די טעכנעלאגיע פון די פראפעסיענאלע אמבולאנסן זענען געווארן פילפאכיג פארגעשריטן, האט “חברה הצלה” געקויפט א נייעם אמבולאנס, - דעם ערשטן פארטיג געבויעטן - אבער אויך אין דעם איז אריינגעלייגט געווארן אן א שיעור געלט כח און מיה - וואס מען רופט “קאסטום מעיד” - דאס צוצושטעלן ווי בעסער, און מיט וואס מער צוגאבן, צו צוהעלפן צו קענען ראטעווען נפשות גרינגער שנעלער און באקוועמער.
דער נייער אמבולאנס איז געווען א גרויסער דערגרייכונג פאר “חברה הצלה”, און עס איז אנגענומען געווארן מיט גרויס סאטיספאקציע דורך די וואלונטירן, ווייטער צו ארבעטן מיט פלייס און געטריישאפט פאר הצלת נפשות.
דער דריטער – ערשטע באקס-אמבולאנס פון “חברה הצלה”
דאס קויפן דעם נייעם אמבולאנס האט אויך איבערגעצויגן די מאס פון דעם בודזשעט פון “חברה הצלה”, און דער פינאנציעלער צושטאנד איז געווען אין דעם שווערסטן מצב זינט די גרינדונג.
אבער דאס אלעס האט אויף קיין מינוט נישט אריינגעברענגט א ספק צו מען זאל אריינשפרינגן אין דעם שווערן עול, וואוסענדיג פון דעם כלל אז ווען עס פעלט זיך אויס פאר “הצלת נפשות” איז נישטא קיין חשבונות.
דא דארף טאקע דערמאנט ווערן לשבח די יעניגע זריזים וראשונים לדבר מצוה - טייל מתן בסתר - וואס האבן בבחינת טרם יקראו ואני אענה זיך משתתף געווען מיט שיינע סכומים כאטש טיילווייז צו לינדערן דעם עול פון די אומגעהויערע הוצאות..
אויך נאכ’ן קויפן דעם גאנץ נייעם אמבולאנס (377#) ווערט נאך דער אלט-נייער אמבולאנס ווייטער געניצט, פאר בעק אפ, ד.ה. און פאל מען קען נישט ניצען די אנדערע, די שטאט גיבט למעשה נישט קיין אמבולאנס לייסענס אויף ביידע אויפאמאל, אבער דאס איז באשטעטיגט אלץ אונזער בעק-אפ אמבולאנס, צו נוצן ווען עס פעלט אויס.
נאך באלד צען יאר זענען פארביי, און דער שטעטל בלעה”ר פילפאכיג צעוואקסן, און דערמיט איז אויך צוגעקומען א געברויך פאר נאך אן אמבולאנס. ווי עס האט זיך ארויסגעוויזן ווען עס האט אפט פאסירט אז דער אמבולאנס איז נאך געווען אויפ’ן וועג פון א פריערדיגע קאל, ווען מען האט ווידער געדארפט אריינפירן א פאציענט אין שפיטאל, צומאל האבן די וואלונטירן אריינגעפירט מיט זייער אייגענע קאר, אן די אלע מכשירים פון אמבולאנס.
ווי אויך האט דער אלטער אמבולאנס אנגעהויבן מאכן קונצן, און עס האט אנגעהויבן שטערן די הצלת נפשות ארבעט. און מיר זענען אמאל געבליבן שטעקן מיט א פאציענט אינמיטן וועג צוליב די פראבלעמען.
און כאטש דער פינאנציעלער מצב האט זיך נישט געקענט ערלויבן דאס אריינשפרינגן אין נאך אזא ריזיגע לאסט, דאך נאכ’ן איינזעהן די וויכטיגקייט אז דאס פעלט אויס צו קענען ווייטער אנגיין מיט די הצלות נפשות ארבעט אומגעשטערט, האט “חברה הצלה” געקויפט נאך אן אמבולאנס אין יאר תשנ”ט.
דער נייער אמבולאס איז געווארן אויסגעשטאטעט מיט די בעסטע און העכסט סאפיסיקירטע מכשירים וואס איז נאר מעגליך, צו מאכען גרינגער און שנעלער און באקוועמער פאר די פאציענטן אנצוקומען און א שפיטאל, און צו קענען ראטעווען און העלפן בע”ה אין אלע ערליי נויט פעלער על כל צרה שלא תבא.
נייעסטע אמבולאנס פון “חברה הצלה” 377#
אין דעם נייעם אמבולאנס וועלכע איז צוגעשטעלט געווארן קאסטום-מעיד מיט די בעסטע הצלת נפשות מכשירים וואס נאר פארהאן, איז אויך אריינבויעט געווארן א שפאגל נייער טעכניק וואס הייסט “וועלוועט-רייד” אנשטאט די “ספרינגס” וואס האלטן דעם אמבולאנס, צו פארגרינגערן בשעת מען פירט אריין און מען באהאדעלט א חולה, ס’אל זיך נישט שפירן ווי אין א לאסט-אויטא, דאס אליין האט געקאסט די אסטראנאמישע סומע פון 14,000$.
וויבאלד עס קומען כסדר ארויס נייע ערפינדונגען און פארבעסערונגען פון די מעדעצינישע געצייגן, איז ביי דער געלעגנהייט אויך אריינגעגעבן געווארן דער אלט-נייער אמבולאנס דאס אויך אויפצופרישן און מאדערנעזירן מיט נייערע טעכניק און מכשירים, און פרובירן צו פאריכטן די פראבלעמן עס זאל קענען גענוצט ווערן ווייטער פאר א בעק-אפ.
ווי דערמאנט, שטייען היינט ביידע אמבולאנסן, - און די געטרייע וואלנטירען - צום דינסט פון ציבור פאר הצלת נפשות 24 שעה אין טאג.
|